טאנגא
| קעניגרייך פון טאנגאַ Puleʻanga Fakatuʻi ʻo Tonga | |||||
| |||||
| נאַציאָנאַלע זינגליד: | |||||
| קאָנטינענט | אקעאניע | ||||
| אָפֿיציעלע שפּראַך | טאנגאאיש ענגליש | ||||
| הויפּטשטאָט | נוקו'אלאפא 21°08′S 175°12′E / 21.133°S 175.200°E | ||||
| גרעסטע שטאָט | נוקו'אלאפא | ||||
| רעגירונג | פארלאמענטארע קאנסטיטוציאנעלע מאנארכיע | ||||
| מאנארך פּרעמיער מיניסטער |
טופו דער זעקסטער אקליסי פאהיווא | ||||
| גרינדונג דאַטום |
אוראלט | ||||
| פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
748 קוואַדראַט ק"מ 186סטער 4.0 | ||||
| באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
103,036 (2011) 190סטער 142.5 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
| פּראָדוקט ווערדע | $846 מיליאן (207ט) | ||||
| וואַלוטע | TOP פא'אנגא | ||||
| צײַט זאָנע | +13 | ||||
| אינטערנעט דאָמען | to. | ||||
| טעלעפֿאָן קאָד | 676+ | ||||
טאנגאַ, אפיציעל דאס קעניגרייך פון טאנגא (ענגליש: "Kingdom of Tonga"; טאנגאאיש: Puleʻanga Fakatuʻi ʻo Tonga) איז א פאלינעזישער סואווערענער אינזל לאנדאין אקעאניע. דער ארכיפעלאג באשטייט פון 177 אינזלען מיט א סה"כ שטח פון 750 קוואדראט ק"מ פארשפרייט אינעם דרומדיקן פאציפישן אקעאן, וואס 52 פון זיי זענען באפעלקערט דורך 103,000 איינוואוינער.
טאנגא באציט זיך 800 קילאמעטער צפון-דרום, מיט פידזשי אין צפון־מערב, סאמאא אין צפון־מזרח, ניוע אין מזרח, קערמאדעק (ניו זילאנד) אין דרום־מערב און ניי קאלעדאניע און וואנואטו אינעם ווייטערן מערב.
געאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]טאנגאַ איז אן ארכיפעלאג פון 177 קליינע אינזלען, פון וואס זענען 52 באפעלקערט. פון צפון ביז דרום איז א מהלך פון 800 ק"מ.
דעמאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די באפעלקערונג פון טאנגאַ איז 98% פאלינעזער, 2% אייראפעישע אדער געמישט אייראפעיש און פאלינעזיש.
די מערסט פארשפרייטערטע רעליגיע איז קריסטנטום (מעטאדיסטן, קאטאליקן און מארמאנען). זונטיק אין טאנגא איז א הייליגער טאג און אלע געשעפטן און פארוויילונג ערטער זענען פארמאכט.
בילדונג איז פליכטלעך פאר אלע קינדער פון 6 יאר אלט ביז 14.
עקאנאמיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]טאנגא איז געווארן א מיטגליד אין דער וועלט האנדל ארגאניזאציע אין 2007.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
